מדינה

פֿון װיקיפּעדיע
ווערסיע פון 02:41, 27 מײַ 2023 דורך YariDarling (שמועס | בײַשטײַערונגען)
(אונטערשייד) → פֿריִערדיקע ענדערונג | איצטיגע ווערסיע (אונטערשייד) | שפעטערדיקע ענדערונג ← (אונטערשייד)
דער ארטיקל דיסקוטירט א וועזן אין פאליטישער וויסנשאפט. טאמער זוכט איר א געאגראפישן ארט, זעט לאנד.

א מדינה אדער שטאַט אין פאליטישער וויסנשאפט איז א געזעלשאפט פון מענטשן וואס וואוינען אין א געוויסער טעריטאריע לויט א געזעצלעכן אויטאריטעט אונטער א רעגירונג.

אין דער אלטער היסטאריע פלעג זיין שטעט מיט אייגענע מלכים, אזוי איז יעדע שטאָט געווען א באזונדערע מדינה, למשל אין אוראלט גריכנלאנד. שפעטער האט זיך געמאכט גרעסערע מדינות, וואס זענען לענדער. היינט איז פאראן א באגריף פאר א באזונדערע מדינה פאר יעדן פאלק.